3030

MAY 7, ‘25 // באשטימט אלץ זייער פערמאנענטער היים, פריי פון דירה געלט... דאס זענען געווענליך געווען עלנדע און היימלאזע אידן וועלכע האבן נעבעך נישט געהאט קיין אייגענעם וואוינארט. זיי האבן זיך דארט באזעצט פאר א לענגערע תקופה, און דער רבי פלעגט מיט זיי מקיים זיין דעם מאמר חז"ל (אבות פ"א מ"ה): "ויהיו עניים בני ביתך" – די ארעמעלייט זאלן זיין דיינע שטוב מענטשן. די דאזיגע מענטשן האבן טאג טעגליך געגעסן ביי זיין טיש, און געוואוינט אומגעשטערט אין זיין שטוב פאר לאנגע יארן. צווישן די פארשידנארטיגע געסט אין קערעסטיר, האבן זיך אויך געפונען גייסטיש אומסטאבילע פארשוינען, וועלכע האבן זיך נישט אויפגעפירט ווי עס דארף צו זיין, קראנקע און קרעציגע מענטשן, ווי אויך אפגעשליסענע ארעמעלייט אורחי פרחי וועלכע זענען געגאנגען אנגעטון אין אלטע צוריסענע און שמוציגע קליידער, וואס עס האט זיך פון זיי געטראגן א שווערע ריח, און צומאל האבן זיי אויך געליטן פון די דריטע מכה.. די שטוב מענטשן האבן זיך צוריקגעצויגן פון די דאזיגע טיפ מענטשן, אבער נישט דער רבי. אים – מיט זיין אהבת ישראל צו יעדן איינציגן איד- האבן די אלע זאכן אינגאנצן נישט געשטערט. ער האט זיך אליין אפגעגעבן מיט די פארלאזטע אידן מיט די פולסטע מאס רחמנות. ער האט זיי באדינט מיט גרויס געטריישאפט, און זיי געגעבן צו עסן און טרינקען ווי אויך אלע זייערע אנדערע ספעציעלע באדערפענישן. 8 א באזונדער קאפיטל פארדינען די הויף אקטיוויטעטן אין די ביטער שווערע תקופה פון די ערשטע וועלטס קריג. פון ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן איז דער קערעסטירער הויף פארוואנדלט געווארן אלץ א מקום מקלט פאר הונדערטער פליטים וועלכע האבן פארלוירן זייער היים. אלס רעזולטאט פון די שרעקליכע מלחמה איז דאס גאנצע לאנד פול געווארן מיט היימלאזע אידן. סיי פון די אידן וואס האבן פון איין מינוט אויפן צווייטן פארלוירן זייער וואוין ארט, צווישן זיי געוועזענע בעלי בתים, שיינע אידן און אפילו עשירים, וועלכע האבן געמוזט אין דער איילעניש אנטלויפן פון זייערע הייזער צוליב דעם קריגס צושטאנד. גלייכצייטיג זענען געווען בחורים און יונגעלייט וועלכע האבן געזוכט א פלאץ זיך צו באהאלטן, וויבאלד זיי זענען אנטלאפן פון זייערע שטעט אויס מורא מען זאל זיי נישט צווינגען צו גיין אין מיליטער, וואו זיי זענען געווען אויסגעשטעלט געשיקט צו ווערן אויפן פראנט. די וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן פון מיליטער האבן באקומען דעם צונאמען 'טמיר-ונעלם'ניקעס' (די אויסבאהאלטענע). זיי האבן ארומעגעוואנדערט איבערן גאנצן לאנד פון שטאט צו שטאט און פון דארף צו דארף אן קיין אפשטעלן און אן קיין ציל. זיי האבן איבעראל געציטערט פון זייער אייגענעם שאטן, זייענדיג אין א שטענדיגער געפאר מען זאל זיי נישט דערווישן, וואס דאן זענען זיי געווען אויסגעשטעלט צו גאר הארבע שטראפן, פאר דעם שווערן פארברעכן פון זיך נישט שטעלן צום מיליטער. פילע פון די אומגליקליכע אידן, די טמיר ונעלם'ניקעס, ווי נאר זיי האבן געהערט אז אין קערעסטיר איז פארהאן אן אפענעם טיר פאר אלע פארוואגלטע וואנדערער, האבן זיי זיך ארויסגעלאזט קיין קערעסטיר און אנגעקומען צום רבינ'ס הויף. דא האט ענדליך גענומען אן עק צו זייער פלאג, דא האבן זיי זיך געקענט אפרוען און זיך רואיג אויסבאהאלטן ווי לאנג זיי האבן נאר געוואלט, אפילו עטליכע יאר. גלייכצייטיג זענען אנגעקומען אהין מאסן אידן וועלכע זענען אנטלאפן פון זייערע שטעט אין פוילן און גאליציע, וואו די ערד האט געברענט אונטער זייערע פיס פון דעם אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד. צווישן זיי האבן זיך געפונען אויך עטליכע גאונים און קדושים, רבנים און צדיקים. זיי אלע האבן געפונען זייער מקום מנוחה ביים רבי'ן אין שטוב, און זיי זענען איינגעשטאנען אין קערעסטירער הויף פאר עטליכע יאר, ביז די מלחמה איז געקומען צו אן ענדע. 8 אין צוגאב צו דעם אויסטערלישן פארנעם פון הכנסת אורחים מיט וואס דער רבי איז געווען אזוי מפורסם, איז דעם רבינ'ס נאמען אויך געווען באקאנט מיט זיינע ברייטהארציגע נדבות. טאג טעגליך זענען ארויס פון זיין שטוב ריזיגע סומעס געלט פאר נויטבאדערפטיגע אידן, ארויסהעלפנדיג דערמיט הונדערטער ארעמע משפחות, דאס איז חוץ פון דעם וואס דער רבי האט בקביעות געשטיצט מערערע תלמידי חכמים וועלכע זענען געזעצן און געלערנט, ווי אוי פילע רבי'שע קינדער און אייניקלעך. 8 פון דעם רבי'נס אויסערגעווענליכע און פילזייטיגע פעולות פון חסד קומט ארויס אויפן אויבערפלאך איין הערליכע פאקט: די געוואלדיגע גרויסע מאס ליבשאפט און רחמנות וואס האט ארויסגעפלייצט פון זיין הייליגע הארץ צו יעדן איינציגן אידיש קינד. דער רבי איז געווען פאר יעדן באזונדער ווי א דערבארעמדיגער פאטער, געטראגן זיינע זארגן אויף זיינע אייגענע פלייצעס, און זיך באטייליגט אין זיין צער און פרייד מיט'ן גאנצן הארץ. זיין גאנצער שטרעבן איז שטענדיג געווען וויאזוי און מיט וואס ער קען מחיה זיין א אידיש נפש און לינדערן זיינע ליידן. אין די נאכפאלגנדע קאפיטלען, וועלן מיר פרובירן צו שילדערן אביסעלע, ווי ווייט עס איז מעגליך, טייל פון זיינע קאלאסאלע לייסטונגען און אויפטואונגען אין אלע הינזיכטן וואס אנבאלאנגט צדקה מיט חסד. דערמיט וועט מען באקומען א שטיקל באגריף פארוואס ער איז באקרוינט געווארן מיט אזא ערהארבענעם און זעלטענעם טיטל ווי דער "עמוד החסד" פון זיין דור. 124

RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0