MAY 7, ‘25 // ורות פון רבי ישעי'לע ע"יז ריטסערעקמ על'יעשי 'ר ק"הרה תועויש לעופ ןגילייה םענופ השעמ עכילטנכעוו א ווי גוט עס איז דעם רבי'ן געראטן צו באהאלטן זיינע געהויבענע מדריגות אין תורה און עבודת השם, דורכן זיך איינהילן אין א שלייער פון פשטות, איז דאס אבער נאר גילטיג געווען וואס אנבאלאנגט זיין עבודת הקודש צווישן אים און דער באשעפער. דאקעגן אבער וואס איז נוגע ארויסצוהעלפן אנדערע אידן, דארט האט דער רבי נישט געהאט די מעגליכקייט זיך צו פארשטעלן פון מענשטליכע אויגן. דא זענען זיינע גאלדענע מדות און געהויבענע מדריגות מיט זיין זעלטענע און אומבאשרייבליכע מדה פון חסד אנטפלעקט געווארן אין זייער פולסטער פראכט. דא איז נישט שייך געווען קיין שום סודות און געהיימניסן. עס האט פון אים ארויסגעשטראלט דער פלאקערדיגער אהבת ישראל וואס האט געברענט אין זיין הייליג הארץ. דא האבן אלע געקענט זען, אז נישט בלויז פארמאגט דער רבי די מדה פון חסד, נאר זיין גאנצע וועזן איז איין שטיק חסד. דעם רבינ'ס ברייטפארצווייגטע מעשים פון צדקה וחסד און זיין אויסטערלישע איבערגעגעבנקייט פאר די געברויכן פון אידישע קינדער, איז טאקע דערפאר אזוי ווייט און ברייט באקאנט געווארן איבער דער גארער וועלט און עס ווערט ארויסגעהויבן מיט אזא געוואלדיגע שעצונג. באזונדער איז דעם רבינ'ס נאמען אידענטיפיצירט מיט די מצוה פון הכנסת אורחים וואס ער האט מקיים געווען מיט זיין גאנצן הארץ, נשמה און פארמעגן. מיט רעכט ווערט געזאגט אויפן רבי'ן אז ער איז געגאנגען אין די פוסטריט פון אונזער זיידן אברהם אבינו ע"ה און זיך געפירט מיט זיין הייליגע עבודה. און אזוי איז אויך אויסגעקריצט אויף זיין מצבה: "ביתו פתוח כביתו של אברהם אבינו ע"ה. ובני ביתו היו עניים" – זיין הויז איז געווען אפן ווי די הויז פון אברהם אבינו ע"ה, און די ארעמעלייט זענען געווען זיין הויז-געזינד. אט די אומגעהויערטע פעולות פון רבי'ן אין דעם געביט פון הכנסת אורחים, וועלן מיר פרובירן עטוואס צו באשרייבן און שילדערן אין דעם דאזיגן קאפיטל. 8 נאך פון זיין גאנץ יונגע יארן פון ווען דער רבי האט זיך באזעצט אין די שטאט קערעסטיר, האט ער באלד אינגאנצן מפקיר געווען זיין אייגענעם הויז פאר אידנ'ס וועגן. ער האט באשטימט זיין גאנצע הויף אלץ צענטער פאר הכנסת אורחים וואס זאל שטיין אויסשליסליך צו דינען די געברויכן פון די פילע געסט און דורכרייזנדע. אין יענע צייטן איז געווען א גאנץ נארמאלע ערשיינונג צו זען אויף די וועגן און שטעגן צווישן די שטעט און שטעטלעך, ווי עס וואנדערן ארום משולחים אדער בנן של קדושים וואס די נויט האט זיי געצוואונגען ארומצוגיין פון פלאץ צו פלאץ און קלאפן אויף די טירן צו זאמלען נדבות. צומאל אויף נדן חתונה צו מאכן א טאכטער, און צומאל פשוט אויף ברויט פאר די הונגעריגע קינדערלעך. גומל חסדים טובים 120
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0