MARCH 12, ‘25 // בס”ד - ערש"ק פרשת כי תשא תשפ"ה לפ"ק פון די מאנסי פייער דעפארטמענט האבן מיר גערעדט איבער דעם קריטישן סכנה פון אריינפאלן אין א פאניק ווען 8 אין פונקען נומער עס מאכט זיך אן עמערדזשענסי, און נישט קענען רעאגירן דעם ריכטיגן וועג צו ראטעווען דעם מצב, און מעגליך ראטווען לעבנס, און די סיבות וואס ברענגען צו דערצו. די וואך וועלן מיר רעדן איבער שריט וואס יעדער מענטש קען נעמען, אז אויב חלילה איז ער אנוועזנד ווען עס מאכט זיך אן עמערדזשענסי, זאל ער נישט ווערן געפרוירן, נאר קענען האלטן דעם קאפן אויפן פלאץ און טון צו די זאך. וויאזוי שטארקט מען זיך איבער די פאניק? ווערן געפרוירן ביי אן עמערדזשענסי מאכט זיך טאקע זייער אפט, אבער אויב גרייט מען זיך צו פון פאראויס, קען מען זיך שטארקן איבער דעם פראבלעם. פאלגענד זענען די זאכן וואס מ'קען טון זיך צו זיין גרייט אין פאל פון אן עמערדזשענסי: געפרוירן פון פאניק א מענטש קען קיינמאל נישט וויסן ווען ער וועט זיך טרעפן אין אן עמערדזשענסי סיטואציע, און זיין רעאקציע וועט קענען ראטעווען לעבנס. אלע עמערדזשענסיס פאסירן אומערווארטעט, און עס איז קיינמאל נישט צו פרי זיך צו נעמען שריט אז מען זאל זיין גרייט צו רעאגירן ריכטיג אין די באטרעפנדע מינוט. גרייט אייך צו יעצט, און בלייבט נישט געפרוירן אין פאל פון אן עמערדזשענסי. זיך איינ'חזר'ן די נומערן הויעך מיטן מויל, אזוי וועט 845-425-9300 . מען עס פיל שנעלער געדענקען פראקטיצירן דאס צו דייעלן אויפן טעלעפאן. )פארשטייט זיך נישט צו רופן אומזינסט( געדענקט! אז איר מוזט זיך האלטן רואיג, און רעאגירן שטייט, ווייל ווען מען טוט זאכן שנעל מאכט מען טעותים סעיווט עמערדזשענסי נומערן אין אייער טעלעפאן קאנטעקטס סעט אויף א ספיד-דייעל אין אייער טעלעפאן פאר אלע עמערדזשענסי נומערן, ' געדריקט רופט עס מאנסי פייער דעפארטמענט, 3' אז מען האלט איין קנעפל געדריקט אין עס רופט דעם נומער. צב"ש האלט ' געדריקט רופט עס הצלה, אא"וו. 4 האלט ' 845.595.5499 : הערות און קאמענטארן היימישע דיספעטשער’ס רופט באצייטענס, רופט דירעקט, ראטעוועט לעבנס! פאר א שנעלע רעספאנס: 96
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0