NOV. 26, ‘25 // פון די מאנסי פייער דעפארטמענט Issue #39 פרשת ויצא To report a Fire or Gas Emergency call 911 or the Monsey Fire 24/7 Emergency Hotline: 845.425.9300 רופט דירעקט שעה 24 די עמערדשענסי ליין וויכטיגע אנווייזונגען בנוגע ווינטער געפלאצטע פייפס א געפלאצטע פייפ, איז נישט בלויז א פלאמבינג פראבלעם, נאר עס קען אויך צוברענגען גאר געפארפולע אומשטענדן, מיט פארפלייצטע בעיסמענטס וואו די וואסער קומט אין בארירונג מיט לעבעדיגע לעקטער וואס קען גורם זיין אן עלעקטריק פייער, ווי אויך קען די גאנצע וואסער ווערן עלעקטעריזירט, און קען חלילה זיין פאטאל בלויז פון עס אנרירן. יעדעס יאר אנהייב ווינטער איז די צייט ווען עס קומען אריין אומאצליגע קאלס פון פארפלייצטע בעיסמענטס, צוליב דעם וואס אסאך בעיסמענטס האבן נישט קיין הייצונג, און קענען אמאל אפילו זיין אפן צו די גאס, און ווען די וועטער גייט אראפ אונטער די פריזינג שטאפל, קענען וואסער פייפס פארפרוירן ווערן, און אויפפלאצן, און גורם זיין שעדליכע אינצידענטן. דעריבער שפירן מיר פאר וויכטיג צו ברענגען די אויפמערקזאמקייט פארן ציבור. . ,crawling spaces , מאכט זיכער אז אלע בעיסמענטס אדער סיי וועלכע פלאץ עס לויפן אדורך וואסער פייפס, 50 זאל אייביג זיין הייצונג אנגעשטעלט לכה"פ אויפ דעגריס. . אויב עס מאכט זיך יא א פארפלייצונג אין א בעיסמענט וואו עס זענען אויך דא עלעקטריק, עלעקטרישע אפלייענסעס, בוילערס, אד"ג, מאכט זיכער נישט צוצורירן צו די וואסער ווייל עס קען זיין עלעקטרעזירט, נאר רופט תיכף די פייער דעפארטמענט, זיכער צו מאכן אז עס איז נישטא קיין געפאר. . אויב קענט איר אויסלעשן די לעקטער פון אינדרויסן, אדער פון א פלאץ וואו עס איז נישט פארפלייצט, לעשט תיכף אויס די לעקטער, און דאן רופט די פייער דעפארטמענט. היטערס: היטערס זענען פון די גרעסטע אורזאכן פון הויז-פייערס און די ווינטער, אויב מאכט זיך אז איר האט נישט קיין הייצונג, און איר דארפט זיך באניצן מיט היטערס: . ניצט בלויז היטערס פון פארלעסליכע פירמעס וועלכע סעיפטי סערטיפיקאציע. ETL אדער UL האבן די . שטעלט נישט קיין היטערס נעבן פירהאנגען, בעטגעוואנט, קליידונג, טישטעכער וועלכע קענען זיך נעמען ברענען. . ניצט נישט קיין עקסטענשאן ווייערס, מולטי-פלאג עדאפטערס, פאווער-סטריפס, ווייל דאס זענען די גרעסטע גורם צו היטער-פייערס. . מאכט זיכער אז עס ליגט אויף א פלאץ וואו עס וועט זיך נישט איבערדרייען. . אויב מאכט עס סיי וועלכע גערודער אנדערש ווי געווענליך, אדער אויב עס שמעקט א גערוך אנדערש ווי געווענליך, לעשט עס תיכף אויס, און ניצט עס מער נישט. . ,kerosene אדער propane היטערס וואס ארבייטן אויף זענען נישט געמאכט אנצוצינדן אין א הויז, דאס קען גורם זיין גאר הויכע שטאפלען פון קארבאן מאנאקסייד. . עס איז קריטיש וויכטיג צו האבן א פייער עקסטינגווישער אין די הויז, אויב מאכט זיך סיי וועלכע פייער זאל מען עס תיכף ומיד קענען אויסלעשן, און דערנאך רופן די פייער דעפארטמענט צו פארזיכערן דאס ארט. ווינטער איז דא: 120
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0