NOV. 12, ‘25 // פון די מאנסי פייער דעפארטמענט Issue #37 פרשת חי׳ שרה To report a Fire or Gas Emergency call 911 or the Monsey Fire 24/7 Emergency Hotline: 845.425.9300 רופט דירעקט שעה 24 די עמערדשענסי ליין ערוועלטע באאמטע באוואונדערן די העכסטפארגעשריטענע קאמיוניקאציע סיסטעם דעם פארגאנגענעם זונטאג האבן פילצאליגע לאקאלע, סטעיט, און פעדעראלע ערוועלטע באאמטע באזוכט דעם העכסט-סאפיסטיקירטע קאמיוניקאציע צענטער פון די מאנסי פייער דעפארטמענט, און האבן נישט געקענט גענוג אויסדריקן זייער התפעלות אויף דעם אויסערגעווענליכן צענטער וואס די מאנסי פייער דעפארטמענט האט אויפגעשטעלט, וואס טוט גאר שטארק פארשנעלערן, פארבעסערן, און פארגרינגערן די עמערדזשענסי רעספאנס. צווישן די באטייליגטע האבן זיך געפונען קאנגרעסמאן מייק לאולער; סטעיט סענאטאר ביל וועבער; אסעמבלימאן ר׳ אהרן בן ציון ווידער, דיסטריק אטוירני טאם וואלש; שעריף לואיס פאַלקאָו; ראקלענד קאמיוניקאציע הויפּט 911 קאונטי אדאם פאיער; קאונטי עקזעקיוטיוו׳ס שטאב הויפּט סטיוו פּאַוערס; קאַונטי לעגיסלאטור ר׳ משה האפּשטיין; טאון סופערווייזאר מייקל ספּעכט, און א רייע ערוועלטע באאמטע פון ארומיגע ווילידזשעס וועלכע ווערן סערווירט דורך די געטרייע וואלונטירן פון די מאנסי פייער דעפּארטמענט. די אנוועזנדע באאמטע האבן זיך אויסגעדריקט אז ס'נישט פארהאן קיין איין אנדערע אלגעמיינע פייער דעפארטמענט, אינדרויסן פון די גרויסע שטעט, וואס האט אזא סאפיסטיקירטע קאמיוניקאציע סיסטעם, וואס אפערירט אזוי גוט, שנעל, פראפעסיאנאל, מיט דיספעטשערס וואס זענען באקאנט מיט, און רעדן די שפראך פון די לאקאלע קאמיוניטי. זייענדיג אליינס רעגירונג באאמטע און פארשטייענדיג און זעעענדיג פון די נאנט ווי שווער עס איז און ווילאנג עס געדויערט צו מאכן אפילו א קליינע טויש אין א רעגירונגס אגענטור, האבן זיי בלויז געוואלט וויסן איין זאך: "וויאזוי האט איר באוויזן צו מאכן אזעלכע דראסטישע פארשריט אין א רעגירונג אגענטור?" די תירוץ איז געווען פשוט: אין די פארלאפענע יארן, זייט מ'האט ערוועלט היימישע קאמישאנערס האבן זיי זיך אריינגעווארפן צו פארבעסערן דעם דעפארטמענט, זיי זענען טאקע אויסגעשטאנען געוואלדיגע שוועריקייטן, מבית ומבחוץ, סיי פון אינעווייניג, און סיי פון אינדערויסן, אבער זיי האבן געהאט בלויז איין ציל פאר די אויגן, פארבעסערן די פייער סערוויס. זיי האבן זיך נישט דערשראקן פון קיין שוועריקייטן און פון קיין דורכפעלער, זיי האבן נישט אויפגעגעבן ווען יעדער האט זיי געזאגט, "ס'וועט זיך קיינמאל נישט אויסארבעטן..." נאר זיי האבן אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות ביז זיי האבן מצליח געווען צו מאכן אויסטערלישע טוישונגען, צווישן זיי, אט דעם קאמוניקאציע צענטער. ועוד ידם נטוי', זיי האבן נאך גאר גרויסע פלענער וויאזוי ווייטער צו פארבעסערן די סערוויס און גיין מחיל אל חיל. אבער כדי צו קענען ברענגען די בעסטע רעזולטאטן פארן שטאט איז קריטיש וויכטיג צו רופן די פייער דעפארטמענט 845-425-9300 אויפן דירעקטע נאמבער תיכף ומיד ווען מ'באמערקט א מעגליכע עמערדזשענסי, און נישט ווארטן ביז עס ווערט א זיכערע עמערדזשענסי. 104
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0