NOV. 5, ‘25 // סיבות פארוואס ער מוז דא בלייבן, און אויף אלעם האט דער צאנזער רב נישט מסכים געווען. ביז דער דזשיקובער רב האט זיך אנגערופן, "דער מחותן ווייסט אז ווען אונז זינגען אין קצבה ראש השנה, דעמאלט זינגט מיט די גאנצע פמליא של מעלה? אויב וועל איך אוועקגיין פון דעם עולם וועט דער אייבערשטער נישט פארמאגן דעם נחת רוח." ווען דער צאנזער רב האט דאס געהערט האט ער צוגעשטימט און געזאגט אז פאר דעם סיבה איז יא וויכטיג ער זאל דא בלייבן אויף דעם עולם. תיכף נאכדעם איז דער צאנזער רב געגאנגען אין מקוה, און זיך געשטעלט מתפלל זיין פאר'ן מחותן, און ער האט טאקע אויסגע'פועל'ט אסאך יארן וואס דער דזשיקובער רב איז נאך געווען אויף דעם וועלט. ■ קען נישט יוצא זיין מיט א שליח ווען דער אלכסנדר רבי זי"ע דער בעל ישמח ישראל איז קראנק געווארן פאר זיין פטירה, האט דער סאכעטשובער רבי דער בעל אבני נזר זי"ע זיין בן יחיד דער שם שמואל זי"ע צו מקיים זיין מצות ביקור חולים און אים געזאגט אז ער שיקט אים א שליח של אדם כמותו. האט אים דער ישמח ישראל געזאגט, אז דער אייבערשטער האט גענוג שלוחים צו שיקן, מיט דעם אלעם ווען אברהם אבינו איז געווארן קראנק נאך די מילה, איז ער געקומען אליין. זעהט זיך אויס אז מען איז נישט יוצא מיט שלוחו של אדם כמותו. אבער, האט ער צוגעלייגט, אז מען קען אפטיילן, וויבאלד אייער פאטער איז זייער שוואך און קען נישט קומען אליין, ממילא קען זיין אז דאס נוצט יא אין דעם פאל. אבער געווענליך איז נישט גענוג צו שיקן א שליח. ■ א סגולה פאר רפואה דער באיאנער רבי הרה"ק ר' איציקל זי"ע פלעגט זאגן אז ווען ס'דא א חולה איז א גרויסער סגולה צו דערציילן דעם פאלגנדן סיפור, און דאס איז מעורר רפואה פאר'ן נישט געזונטן: דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע איז איינמאל אריינגעקומען אין א שטוב, ער האט געלייגט די האנט אויף די מזוזה ביים טיר, און ער האט תיכף מרגיש געווען אז אין שטוב איז פארהאן א חולה ל"ע. האט זיך דער רבי ר' זושא אנגערופן, "מזוזה מזוזה, איך בין ברוגז פארוואס איר טוט נישט אייער שליחות. איר זענט געשטעלט אפצוהיטן און באשיצן דעם הויז, די ר"ת פון די שם אויף די מזוזה איז ש'ומר ד'לתות י'שראל, אצינד וויאזוי איז מעגליך אז איר האט אריינגעלאזט א מחלה אין שטוב?!" ווען רבי ר' זושא האט זיך אפגעשטעלט, האט ער אויסגעפירט, "איך בין באמת ברוגז, אבער וואס זאל איך טון אז מוז מיך איבערבעטן מיט אייך, אבער נאר מיט א תנאי, אז פון היינט און ווייטער וועט איר אפהיטן דעם הויז און נישט אריינלאזן קיין שום מחלה אינעווייניג." דערנאך האט ער געקושט די מזוזה און תיכף איז דער חולה אויסגעהיילט געווארן. נאך א שטיק צייט איז דער רבי ר' זושא אויך קראנק געווארן און ער האט זיך גענויטיגט א גרויסע רפואה. דער שפאלער זיידע האט דאס מרגיש געווען, און ער האט מתקן געווען לטובתו א פדיון נפש. ער האט זיך אנגערופן כלפי מעלה, "רבונו של עולם, אויב וועל איך זאגן אז דער רבי ר' זושא איז אן ערליכער איד און א צדיק, קען זיין וועסט קענען געפונען א מלאך א בעל מום וואס וועט זאגן אז דאס איז שקר, אבער איין זאך קען איך זאגן, אז אין א געוויסן דארף וואוינען טויזנטער גויים, צי איז זוסיא נישט מער געלויבט פון זיי? אויב זיי דרייען זיך ארום אינגאנצן געזונט, פארוואס זאל נישט זוסיא זיין אזוי געזונט ווי זיי?!" דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן אז דער רבי ר' זושא האט געהאט א רפואה שלימה. זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן אז בזכות די אלע צדיקים זאלן אלע חולי ישראל האבן א רפואה שלימה בקרוב. ■ 146
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0