3106

NOV. 5, ‘25 // אנקומענדיג צו ר' אפרים'ס שטוב, האט ער געזען ווי דער חולה דאוונט מנחה. דער רבי איז געשטאנען אין א זייט און זיך צוגעקוקט וויאזוי ער דאווענט. און ווי נאר ער האט אויסגעטראטן עושה שלום, האט ער געגעבן שלום פאר'ן רבי'ן מיט גרויס בושה און הכנעה. דער רבי האט אים געפרעגט, "ר' אפרים, צי האסטו געזען אליהו הנביא און פון גרויס פחד ביסטו אוועקגעפאלן?" האט זיך ר' אפרים צעוויינט, און געזאגט אז די מעשה איז פונקט פארקערט. ער ווארט שוין אזוי לאנג אויף אליהו הנביא אז ער שפירט אז ער האלט דאס נישט אויס. אויף דעם האט אים דער רבי געזאגט אז דער אייבערשטער וויל נישט אז א אידיש קינד זאל זיך מסגף זיין. און כאטש ער האט געדאוונט אזוי ערליך, מיט דעם אלעם איז די כוונה נישט אזוי ריין צו טון רצון ה', נאר דאס איז צו זוכה זיין צו מדריגות. א איד ווען ער דאוונט מוז ער אונזין האבן פירוש המילות און זיך אויפפירן אויף א געזונטע שטייגער. נאכדעם וועט מען שוין ממילא זוכה זיין צו גילוי אליהו. ■ זיך מטריח געווען פאר עטליכע רגעים. עס איז ידוע אז דער אמרי אמת פון גור זי"ע האט אויסגענוצט יעדע סעקונדע מיט א חשבון. אלעס איז געווען געפלאנט און אויסגעשטעלט אז אפילו א רגע זאל נישט גיין לבטלה. איינמאל איז אויסגעקומען אז דער גערער רבי איז געווען אין שטאט וויען עסטרייך. זייענדיג דארט פאר א זייטיגע סיבה האט מען אים געזאגט אז אין שפיטאל איז דא דארט א תלמיד חכם וואס ליגט דארט און אפשר איז כדאי אז דער רבי קומט אים מחזק זיין און שטארקן אין זיין ענגשאפט. ווי נאר דער אמרי אמת האט דאס געהערט, האט ער תיכף זיך אנגעטון דאס מאנטל, און געמאכט א וועג פון א דרייפערטל שעה, ביז ער איז אנגעקומען אין שפיטאל ווי ער איז אנגעקומען צו דעם חולה. אריינקומענדיג אין צימער, האט זיך דער אמרי אמת נישט אראפגעזעצט. ער האט בלויז געזאגט די צוויי ווערטער "רפואה שלימה", און זיך תיכף אויסגעדרייט און געמאכט דעם לאנגן וועג צוריק. די חסידים האבן באוואונדערט וויאזוי דער רבי האט אויסגענוצט א שעה און א האלב בלויז צו זאגן רפואה שלימה פאר א חולה. ■ דער עיקר מצוה איז תפילה אין ספר קדושה של מעלה ווער דערציילט אז ווען דער פריעדיגער בעלזער רב זי"ע איז געווען קראנק עטליכע חדשים פאר די פטירה, האט דער סקווערער רבי זי"ע, געוואלט קומען מבקר חולה זיין. איז ער געפארן צוזאמען מיט זיין שווער הרה"ק פון אויסטילע זי"ע, וואס איז געווען אן איידעם ביים בעלזער רב, און זיי זענען אינאיינעם אנגעקומען קיין בעלזא באזוכן דעם רב. האט זיך אבער געמאכט א סיבה, אז דער סקווערער רבי האט געמוזט תיכף ומיד צוריקפארן קיין אויסטילע, אבער זיין שווער האט נאך געקענט בלייבן. איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון זיין גרויסן זיידן דער בעלזער רב. האט אים דער בעלזער רב געזאגט, "זייט וויסן, דער רמב"ם איז מבאר אז דער עיקר מצוה פון ביקור חולים איז ווען מען איז מתפלל פאר'ן חולה. אויב אזוי קענסטו מקיים זיין דעם מצוה דורכדעם וואס דו וועסט מתפלל זיין פאר מיר." ■ ביקור חולים מיט חכמה איינמאל האט זיך געמאכט ביים סאטמאר רבי'ן זי"ע אז ער האט באקומען א שטארקע רויז, ער איז געווען צוגעבינדן צום בעט פאר חדשים לאנג, און דעמאלט זענען געקומען אסאך רבנים מבקר חולה זיין. קעגן איבער האט געוואוינט דער סקאליער רבי זצ"ל, וואס האט נישט געוואלט גיין באזוכן דעם רבי'ן. ער האט געזאגט אז דאס איז פחיתת הכבוד ווען מען זעט א צדיק זיך מוטשען מיט יסורים. ערשט נאך עטליכע טעג וואס עס איז געווארן לייכטער די יסורים איז ער אריבערגעקומען פאר ביקור חולים ווי ער איז געווארן שיין אויפגענומען. נאכ'ן באזוך האט זיך דער סאטמאר רבי אנגערופן פאר זיינע ארומיגע, "דער סקאליער רבי איז א חכם." נעמליך ער ווייסט זייער גוט ווען און וויאזוי מען איז מקיים דעם מצוה פון ביקור חולים. דאס הייסט אז מען זאל נישט גיין מיט די חשבון פון א מצוה אבער דער חולה איז נישט באקוועם צוליב זיינע יסורים. ■ מען דארף נאך דא בלייבן דער הייליגער דברי חיים זי"ע איז געווען א מחותן מיט הרה"' ר' אליעזר'ל דזשיקובער זי"ע. איינמאל איז ר' אליעזר'ל געווארן זייער קראנק, און דער צאנזער רב איז אים געקומען מבקר חולה זיין. דער צאנזער רב האט געזען אז דער מצב איז זייער שמאל און ער איז געווען א חולה מסוכן. האט זיך ר' אליעזר'ל אנגערופן צום מחותן, אז ער זאל מתפלל זיין פאר אים צו זוכה זיין פאר אריכות ימים. האט אים דער צאנזער רב געפרעגט, "וואס פעלט דיך נאך אויס דא צו בלייבן?" האט דער דזשיקובער רב געענטפערט אז ער האט נאך צוויי קליינע קינדער, און ער קען זיי נישט איבערלאזן אזוי. אבער דער צאנזער רב האט געזאגט אז ער וועט זיך שוין זארגן פאר זיי. אזוי האט ר' אליעזר'ל געזאגט עטליכע 144

RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0