3106

// 845.371.2222 ביק צוריקגעגאנגען אין שפיטאל אין ספר חיים שיש בהם אויף פרקי אבות ווערט דערציילט א פלא'דיגע מעשה, אז איינמאל האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געגאנגען באזוכן איינע פון די חסידים אין שפיטאל. דער רבי האט זיך אוועקגעזעצט נעבן בעט און פארברענגט א שטיק צייט מיט'ן חולה. ווען אינמיטן זענען איינע פון די משמשים ארויסגעגאנגען עפעס ערלעדיגן, און ער איז נישט געווען אנוועזנד א גאנצן צייט ביים שמועס. אויפ'ן וועג אהיים, זיצנדיג אין קאר אינאיינעם מיט'ן רבי'ן, איז געווארן אויפגעברענגט דער שמועס וואס מען האט גערעדט מיט'ן חולה, און דער משמש וואס האט דאס פארפעלט האט איבערגעפרעגט אלעס וואס מען האט גערעדט. דערביי האט אים דער רבי געפרעגט, "דו ביסט נישט געווען מיט אונז צוזאמען?" האט אים דער משמש געזאגט, אז ער איז ארויס אינמיטן עפעס מסדר זיין. דערביי האט ער צוגעלייגט, אז זייענדיג אין שפיטאל קארידאר, האט ער געהערט פון איינע פון די שטיבער ווי איינער רופט אים. ער איז אריינגעגאנגען צו יענעם איד, און יענער האט זיך אויסגערעדט זיין פארביטערט הארץ אז דער סאטאמאר רבי קומט באזוכן זיינע חסידים אין שפיטאל, אבער ער איז א חסיד פונעם בית ישראל פון גור זצ"ל, וואס זאל ער נעבעך טון אז זיין רבי קען אים נישט קומען באזוכן וויבאלד ער וואוינט אין ירושלים. ווען דער רבי האט דאס געהערט, האט ער תיכף באפוילן דעם דרייווער שוין אויסצודרייען דאם אויטא, און צוריקפארן צום שפיטאל באזוכן יענעם איד. כאטש דער רבי האט נישט געהאט קיין שייכות מיט אים, און כאטש דער רבי האט זיך זייער געאיילט צו ענדיגן זיינע שיעורים, אבער הערנדיג ווי א אידיש קינד ווייטאגט אז זיין רבי קומט אים נישט באזוכן, האט ער נישט געקוקט אויף גארנישט און געלאפן מקיים זיין דעם מצוה. ■ זיך מטריח געווען פאר א קינד הרה"ק ר' אברהם שלום סטראפקובער זי"ע, איז אמאל אנהויב פרשת וירא דערציילט אונז דער תורה וויאזוי דער אייבערשטער אליין האט מבקר חולה געווען אברהם אבינו. אזוי אויך האט דער אייבערשטער ארויסגענומען די זון פון איר האלטער כדי מענטשן זאלן נישט אריבערגיין אברהם'ס געצעלט נישט מטריח זיין אינדערצייט וואס ער איז שוואך צוליב די מילה. לכבוד דעם וועלן מיר בעזר ה' זען עטליכע אינטערעסאנטע עובדות און הנהגות פון צדיקים וויאזוי זיי האבן מקיים געווען דעם געוואלדיגע מצוה מיט די גרעסטע הידור. קדושי עליון האבן נישט געקוקט אויף זייער כבוד נאר זיך אלעמאל מטריח געווען צו באזוכן קראנקע אידן און דערין האב א געוואלדיגע מצוה וואס איז אוכל פירותיהן בעולם הזה וקרן קיימת לו לעולם הבא. אזוי אויך וועלן מיר זען געוויסע אינטערעסאנטע שטריכן פון ערליכע אידן וואס זענען געליגן אין בעט און האבן נישט אויפגעגעבן אויף זייער עבודת ה' אפילו אין שוואכע אומשטענדן. שיינע סיפורים און עובדות מקושר צו דער פרשה 141

RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0