3104

OCT. 22 ‘25 // פון די מאנסי פייער דעפארטמענט Issue #35 פרשת נח To report a Fire or Gas Emergency call 911 or the Monsey Fire 24/7 Emergency Hotline: 845.425.9300 רופט דירעקט שעה 24 די עמערדשענסי ליין ביהמ"ד אפגעראטעוועט פון קאר פייער ווען עס מאכט זיך א קאר פייער: • רופט•די•פייער•לעשער• תיכף•ומיד • מאכט זיכער אז די קאר איז ליידיג פון פאסאנדזשירן • ריקט•זיך•אוועק•פונעם• ברענענדיגן•קאר•ווי•ווייט• מעגליך • די רעדער קענען פלאצן און שיסן פייער • די•געז•טאנק•קען• אויפפלאצן•יעדע•מינוט • די ברעיקס קענען נאכלאזן און די קאר קען אנהייבן ראול'ן • אויב•איז•עס•גאר•נאנט•צו•א• הויז•מאכט•זיכער•אז•אלע• איינוואוינער•זענען•גרייט• צו•פארלאזן•דעם•הויז•אויב• עס•כאפ•זיך•אן. דעם פארלאפענעם זונטאג נאכט איז אריינגעקומען א קאל צו מאנסי פייער דעפארטמענט פון א קאר פייער פארנט פון די דאמבראווא ביהמ"ד אויף ברוער רד. ביז געציילטע מאמענטן זענען די געטרייע וואלונטירן אנגעקומען אויפן סצענע, און געטראפן א קאר איינגעהילט אין פלאמען בלויז געציילטע פוס פונעם ביהמ"ד. נאכאנאנדע פרואוון פון אנוועזנדע עס צו פארלעשן מיט עטליכע פייער עקסטינגווישערס זענען נישט געלונגען, צייגנדיג דעם קריטישן געברויך פון תיכף רופן די פייער דעפארטמענט. די ביהמ"ד זעלבסט האט אויך אנגעהויבן זיך אנצופילן מיט רויעך, און אריינגעשטעלט אין געפאר אלע מתפללים. אדאנק• די• שנעלע• שריט• פון• רופן• דעם• פייער• דעפארטמענט• תיכף• ומיד• האבן• די• פייערלעשער• בליץ•שנעל•פארלאשן•דעם•פייער• און•אפגעראטעוועט•דעם•ביהמ"ד• פון•פארניכטעט•ווערן•אין•פייער. טויזענטער תושבי מאנסי והגלילות געניסן פונעם שריפת חלה דרייוו צום צווייטן מאל האט די מאנסי פייער דעפארטמענט אינאיינעם מיט די ווילעדזש אוו כתר אפגעהאלטן א גאר ערפאלגרייכן שריפת חלה דרייוו, וואו טויזענטער תושבי מאנסי והגלילות זענען אריבערגעקומען און פארברענט זייער חלה כדת וכדין גענצליך בחנם אונטערן שטרענגן אויפזיכט פון הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש. תושבי מאנסי האבן אויסגעדריקט א געוואלדיגע דאנק פאר די מאנסי פייער דעפארטמענט און פאר די ווילעדזש אוו כתר פאר איינשפאָרן שווערע טויזענטער דאללער אין שריפת חלה קאסטן. חלה דרייוו שריפת #2 98

RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0