// 845.371.2222 אמע"כ תושבי מאנסי ב"ה אז עזר למזון האט שוין די זכיה ארויסצוהעלפן תושבי העיר פאר לאנגע יארן מיט'ן גאר סוקסעספולן סיסטעם וואו טויזנטער מעמבערס שליסן זיך אן מיט א וועכנטליכע מעמבערשיפ וואס גייט אריין דירעקט אין גראסערי, און פון דארט ווערט עס אויסגעטיילט פאר עניי העיר. נאך א שטארקע נאכפראגע פון טייל אנגעשלאסענע מעמבערס וואס ווילן זיך נישט אראפ בינדען צו בלויז איין גראסערי וואו זיי קויפן איין, נאר ווילן קענען ארומטוישן גראסערי, אבער גלייכצייטיג זאל זייער מעמבערשיפ א וואך ווייטער ווערן גערעכנט אינעם אנדערן גראסערי טוען מיר מעלדן איבער א נייע סיסטעם וואס וועט לויפן פון היינט און ווייטער. די נייעס סיסטעם וועט אפערירן ווי פאלגענד: אייער וועכנטליכע מעמבערשיפ וועט ווייטער ווערן צוגעלייגט צו אייער ערשטע ארדער וואס איר קויפט איין במשך דעם וואך. די מעמבערשיפ וועט נישט זיין אראפגעבינדן צו א ספעציפישע גראסערי וואו איר קויפט געווענליך איין. נאר סיי וועלכע גראסערי אין מאנסי וואס אפערירט מיט'ן עזר למזון סיסטעם וועט אייער מעמבערשיפ דארט ווערן גערעכנט. ווי פארשטענדליך וועט אייער מעמבערשיפ ווייטער גערעכנט ווערן בלויז איינמאל א וואך. די נייע סיסטעם טויש וועט אריינגיין אין קראפט אנגעהויבן אין די קומענדיגע וואכן. ובשם השם נעשה ונצליח 143
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0