JULY 16, ‘25 // מאנסי פייער דעפארטמענט אין פייער און אין וואסער פון די מאנסי פייער דעפארטמענט Issue #23 פרשת פנחס פאלגענד זענען בלויז א טייל פון די צענדליגע קאלס וואס זענען אריינגעקומען דורכאויס דעם פארפלייצונג: געז עמערדזשענסיס: עטליכע געפארפולע געז ליעקס אין בוילערס האבן פארסירט צוליב פארפלייצטע בעיסמענטס, די פייער דעפארטמענט האט רעספאנדעט, און פארזיכערט דעם בנין פון א געז אויפרייס. עלעקטריק פייערס: עס האבן פאסירט עטליכע עלעקטריק פייערס, אויך אן אפטע ערשיינונג אין פארפלייצטע בעיסמענטס. בלויז אדאנק די שנעלע רעספאנס פון די פייער דעפארמענט איז עס באהאנדלט געווארן ווען ס'נאך געווען קליין, און גאנצע בנינים זענען אפגעראטעוועט געווארן באצייטנס פון פארניכטונג. געשטראנדעטע קארס אויף פארפלייצטע גאסן: פארפלייצטע גאסן קענען זיין גאר געפארפול, און האט שוין לייידער געקאסט קרבנות אין פריערדיגע פארפלייצונגען. אויך נעכטן זענען פילצאליגע קארס געשטראנדעט געווארן אין טיפע וואסער פון פארפלייצטע גאסן, און מען האט געמוזט צוקומען צו די פייערלעשער ארויצוראטעווען די מאטאריסטן פון זייערע קארס. פארפלייצטע הייזער: מערערע קאלס זענען אריינגעקומען פון הייזער וואס זענען געווארן פארפלייצט און די איינוואוינער האבן נישט געקענט ארויסגיין, אין עטליכע פעלער האבן די פייער לעשער געמוזט אריינגיין אין די הייזער מיט ספעציעלע וואסערשוץ-קליידונג, און מאכטפולע וואסער פאמפס, ארויסצוראטעווען עלטערע איינוואוינער פון פארפלייצטע הייזער. פארפלייצטע עלעוועיטאר: גאר א שרעקעדיגע אינצידענט האט פאסירט ווען אן עלעוועיטאר איז שטעקן געבליבן פון די פארפלייצונג מיט עטליכע מענטשן געשטראנדעט אינעווייניג, און האט זיך אנגעהויבן אנצופילן מיט וואסער. די פייערלעשער האט בליץ שנעל רעספאנדירט, און ארויסגעראטעוועט די געשטראנדעטע פון דערטראנקען ווערן אינעם עלעוועיטאר. אראפגעפאלענע עלעקריק ווייערס: ביי פארפלייצונגען מאכט זיך אסאך מאל אז עס פאלן עלעקריק פאולס מיט לעבעדיגע פאווער ליינס דערויף. דאס איז א גאר געפארפולע געשעעניש צוליב דעם וואס די וואסער פירט ווייטער די לעבעדיגע לעקטער. דאס האט שוין ליידער אויך געקאסט נפשות אינעם עבר, אפילו דא אין מאנסי ר"ל. אויך ביים יעצטיגן פארפלייצונג זענען געווען עטליכע געפאלענע פאווער ליינס וואס די פייער דעפארטמענט האט געמוזט פארזיכערן, ביז די עלעקריק קאמפאני איז געקומען דאס פאררעכטן. איינגעפאלענע הייזער: ווען א בוים איז געפאלן אויף א הויז, און עס טיילווייז איינגעווארפן, האט די פייער דעפארטמענט רעספאנדירט און ארויס געראטעוועט די איינוואוינער, און פארזיכערט דעם גאנצן ארום. ביז שפעט אין די נאכט אריין זענען די געטרייע פייער-וואלונטירן ארום געלאפן פון קאל צו קאל צו ראטעווען מאנסי'ער איינוואוינער און זייערע נכסים פון די נאכווייען פון די פארפלייצונג. באנו באש ובמים: א פייער דעפארטמענט איז נישט בלויז געמאכט פאר פייערן, אויך וואסער ברענגט גאר א קריטישן געברויך פאר די פייער דעפארטמענט. די פארפלייצונגען פונעם רעגן-מבול דעם פארגאנגענעם מאנטאג פר' פינחס האט דעם קריטישן וויכטיגקייט און אומ-ערזעצבארקייט פון די פייער דעפארטמענט. ווי נאר מיר האבן אינאכט גענומען אז עס זענען דא שאנסן פאר ערנסטע פארפלייצונגען, האבן מיר פארזיכערט צו האבן מער דיספעטשערס אינעם נייעם קאמיוניקאציע צענטער צו קענען באהאנדלען די פלייץ פון עמערדזשענסי קאלס. To report a Fire or Gas Emergency call 911 or the Monsey Fire 24/7 Emergency Hotline: 845.425.9300 רופט דירעקט שעה 24 די עמערדשענסי ליין 92
RkJQdWJsaXNoZXIy MTY1MDA0